Råd och Stöd (RoS) (jiddisch)

- פֿאַר זײ װאָס האָבן אַן אַדיקציע אָדער קרובֿים צו זײ

מע קומט צו אונדז כּדי צו קריגן עצות און שטיץ װען מע האָט שװעריקײטן מיט שײַכות צו אַלקאָהאָל, נאַרקאָטיק, מעדיצינען, אָדער אַזאַרטשפּילן. מיר קענען אויך שטיצן קרובֿים צו זײ מיט די דאָזיקע פּראָבלעמען. דורך שמועסן געפֿינען מיר אײַער באַדערפֿענישן און די פּאַסיקע פֿאַרענדערונגען פֿאַר אײַך. כּדי צו קענען קומען צו אונדז מוז מע זײַן צום װײניקסטן 18 יאָר אַלט און װוינען אין לולע קאָמונע. מיר זענען צערטיפֿיצירטע געזונט־אַרבעטערס פֿון אַ היפּש צאָל מינים באַהאַנדלונגען, אי פֿאַר פּאַרשוינען מיט אַן אײגענער װוינונג און פֿאַר קרובֿים. מע קען זיך אַנאָנים שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז, מיר פֿאַרצײכענען גאָר ניט און אַלדי קאָנטאַקטן זענען קאָנפֿידענציעלע. אונדזער אַמביציע איז צו פֿאַרבעטן אײַך צו אַ טרעפֿונג אין משך פֿון צװײ װאָך נאָכן שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז. איר קענט אונדז אָנקלינגען אָדער שיקן בליצבריװ.

שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז:

טינאַ, יועץ: 0920-454405 אָדער 073-0527369

האַנס, יועץ: 0920-455606 אָדער 073-0744865

װיִאַ לולע קאָמונעס קונים־צענטער: 0920-453000

בליצפּאָסט: radostod@soc.lulea.se

Sidan uppdaterades den 15 February 2023